לעצטע דערהײַנטיקונג: דעם 28סטן אַפּריל 2025
1. דרוקרעכט
אַלע רעכט באַוואָרנט. די טעקסטן, בילדער, דיאַגראַמען, קלאַנגען און אַנימאַציעס, ווי אויך זייער אויסשטעל אויף דעם וועבאָרט, ווערן באַשיצט פֿון דרוקרעכט־ און אַנדערע אָנווענדלעכע געזעצן. דעם אינהאַלט פֿון דעם וועבאָרט טאָר מען נישט קאָפּירן, פֿאַרשפּרייטן, ענדערן, אָדער מאַכן צוטריטלעך פֿאַר דריטע צדדים מיט אַ קאָמערציעלן ציל אָן אַ פֿריִערדיקער שריפֿטלעכער דערלויבעניש.
2. אַחריות
דער אינהאַלט פֿון דעם דאָזיקן וועבאָרט איז זאָרגעוודיק דורכגעפֿאָרשט און צונויפֿגעשטעלט. פֿונדעסטוועגן גאַראַנטירט נישט Lubartworld די פּינקטלעכקייט, פֿולקייט אָדער גילטיקייט פֿון די צוגעשטעלטע אינפֿאָרמאַציעס. Lubartworld נעמט נישט אויף זיך דאָס אַחריות פֿאַר וועלכע ס׳איז מאַטעריעלע אָדער אוממאַטעריעלע שאָדנס וואָס קענען אַרויסקומען פֿונעם באַניצן אָדער נישט באַניצן דעם דאָ פֿאָרגעשטעלטן תּוכן, סײַדן אַזעלכע שאָדנס זענען אַ פּועל־יוצא פֿון אַ דערוויזענער בכּיוונדיקער אָדער שטאַרק אָפּגעלאָזענער האַנדלונג.
3. דאַטנשיץ פּאָליטיק
דאָס וועבאָרט זאַמלט נישט און באַאַרבעט נישט דירעקט קיין שום פּערזענלעכע דאַטן (צ״ב דורך פֿאָרמולאַרן אָדער באַניצער־חשבונות).
מיר פֿאָדערן נישט באַניצערס זאָלן זיך רעגיסטרירן אָדער צושטעלן אַ וועלכע ס׳איז פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע צוצוקומען צום אינהאַלט.
דאַטן־אַנאַליז
מיר באַניצן זיך מיט Matomo, אַן אָפֿנקאָדיקע פּלאַטפֿאָרמע צו מעסטן און אַנאַליזירן דעם באַניץ מיט וועבערטער, אין אַכט נעמענדיק דאַטנשיץ. Matomo איז אינסטאַלירט אויף אונדזער אייגענעם צושטעלער און איז קאָנפֿיגורירט מיט די ווײַטערדיקע אײַנשטעלונגען :
- • די אײַ־פּי־אַדרעסן ווערן אַנאָנימיזירט איידער זיי ווערן אויפֿגעהיט
- • עס ווערן נישט געניצט קיין קוקיס נאָכצושפּירן
- • עס ווערן נישט באַשאַפֿן קיין פּערזענלעכע באַניצער־פּראָפֿילן
- • עס ווערט אָפּגעהיט דער ”שפּיר נישט נאָך“ אײַנשטעל פֿונעם בלעטערער
אַ דאַנק אָט דער שטרענגער קאָנפֿיגוראַציע, בלײַבן די אײַנגעזאַמלטע אַנאַליטישע דאַטן אַנאָנים און דערלויבן אונדז נישט צו אידענטיפֿיצירן יחידים באַזוכערס. די דאָזיקע דאַטן העלפֿן אונדז פֿאַרשטיין אַלגעמיינע באַניץ־פֿורעמס (צ״ב אַרײַנקוקן אין אַ זײַטל, פֿאַרבראַכטע צײַט אויף אַ וועבאָרט, טיפּן אַפּאַראַטן) כּדי צו קענען פֿאַרבעסערן דעם באַניצערס דערפֿאַרונג. יורידישער יסוד
אונטער GDPR און שייכדיקע אייראָפּעישע רעגלאַמענטאַציעס (צ״ב CNIL), פֿאָדערט זיך נישט, אין דער דאָזיקער קאָנפֿיגוראַציע וואָס פֿאַרהיט פּריוואַטקייט, קיין בפֿירושע צושטימונג צום באַניץ מיט Matomo, ווי באַלד עס ווערן נישט אײַנגעזאַמלט קיין פּערזענלעכע דאַטן און עס ווערן נישט באַניצט קיין קוקיס.
דאַטן־אײַנאָרטונג
אַלע אַנאַליטישע דאַטן זענען געזיכערט אײַנמאַגאַזינירט אויף צושטעלערס אונטער דער השגחה פֿון Lubartworld אָדער פֿון זײַנע פֿאָרש־שותּפֿים מיט אַ זיצאָרט אין אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. מיר טיילן זיך נישט מיט די דאַטן מיט קיין שום דריטן צד.
אײַערע רעכט
כאָטש מיר פּראָצעסירן נישט דורך דעם וועבאָרט קיין פּערזענלעכע דאַטן, מעגט איר צו יעדער צײַט זיך ווענדן צו אונדז נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן אונדזער באַניצן זיך מיט דאַטן, אָדער בנוגע וועלכער עס איז זאָרג אין שײַכות מיט פּריוואַטקייט.
איר האָט דאָס רעכט צו :
- • באַקומען אינפֿאָרמאַציעס וועגן אופֿן ווי אײַערע דאַטן ווערן באַניצט
- • אָפּפֿרעגן אָדער באַגרענעצן די דאַטן־אײַנזאַמלונג אויב איר מיינט אַז אײַערע רעכט ווערן געשעדיקט.
- • דערלאַנגען אַן אָנקלאָג צו אַ דאַטנשיץ־אינסטאַנץ
זיך צו פֿאַרבינדן, שרײַבט אונדז, זײַט אַזוי גוט, אויף : lubartworld@gmail.com 4. סאָציאַלע מעדיע
מיר זענען אַקטיוו אויף פּלאַטפֿאָרמעס ווי פֿייסבוק און עקס כּדי זיך צו טיילן מיט די נײַעס אין שײַכות מיט אונדזער פֿאָרשונג. די פּלאַטפֿאָרמעס פֿירן זיך לויט זייער אייגענער דאַטנשיץ־פּאָליטיק. מיר קאָנטראָלירן נישט דעם אופֿן ווי די דריטע צדדים זאַמלען און באַאַרבעטן אײַערע דאַטן.